Poetry / Hebrew-Yiddish / H. Leyvik Publishing / 2008 / hardcover / 63 pages.
רוֹני סוֹמֶק - איך בין אַן איראַקער-פּיזשאַמע
לידער / עברית-ייִדיש / ה. לייוויק-פֿאַרלאַג / 2008 / 63 זייַטלעך.
איבערזעצונג פֿון רבֿקה באַסמאַן בן-חיים און ישׂראל רודניצקי
אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן האָבן די ייִדיש-לייענערס אין ישׂראל געקאָנט געניסן פֿון איבערזעצונגען פֿון דער העברעיִשער פּאָעזיע אויף ייִדיש. די פֿײַנסטע איבערזעצערס האָבן זיך איבערגעגעבן צו דער מלאכה פֿילנדיק אַז אַזוי פֿאַרבינדן און באַפֿרוכפּערן זיי ביידע ליטעראַטורן. אין אָט דעם גײַסט האָבן רבֿקה באַסמאַן בן-חיים און ישׂראל רודניצקי מיט גרויס חשק גענומען אויף זיך דאָס איבערזעצן רוני סוֹמֶקס לידער, דער פּאָפּולערער פּאָעט אין ישׂראל, אָפּשטאַמיקער פֿון איראַק. דאָס סאַמע פּראָזאַישע אין לעבן, דערקלערן די איבערזעצערס, געפֿינט בײַ רוני סומק אַן אָרט אויף דעם אויבנאָן פֿון זײַן שירה און ער נייטיקט זיך ניט אין מעטאַפֿאָרן, דאָס לעבן אַליין איז בײַ אים דער סאַמע לירישסטער מעטאַפֿאָר.